עס האנדלט זיך דא פון א שטוב געבענטשטע משפחה וואס האלט פארן חתונה מאכן די פערטע קינד. ליידער איז נישט דא די מינימום צו חתונה מאכן.
דער איד ארבעט שווער פאר פרנסה, אבער ליידער די גרויסע הוצאות האבן אים איבערגעלאזט מיט חובות און אן א פרוטה אין טאש, פשוטו כמשמעו.
עס איז א איד וואס מיר אלע קענען אים אלס איינער וואס האט אייביג א שמייכל אבער ליידער שטייט ער אין א ביטערער מצב און די משפחה איז אין א סכנה פון אונטערגאנג.
לאמיר צי לייגן א האנט אז די שמחה זאל זיין בשלימות.
בזכות מצוות הכנסת כלה זאל דער אייבערשטער העלפן איר זאלט אייביג קענען געבן מתוך נחת והרחבת הדעת.