"עזר לתלמיד און קופת הלבשה" איז א שירעם ארגענעזאציע וואס פונקציאנירט אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל העלפנדיג בחורים אין זייער טאג טעגליכן לעבן בדרך כבוד, ס'איז כמעט אום באשרייבליך ארויסצוברענגן אין פארמאט פון אזא קורצע פאפיר אונזער עבודת הקודש, וואס אן דעם וואלטן שוין פיהל בחורים זיך נישט געהעריג געפונען דאס פלאץ בין כותלי הישיבה.
אלזא, לאמיר פרובירן על קצה המזלג אראפצושרייבן מעט מזעיר וואס מיר העלפן ארויס די בחורים ברוחניות ובגשמיות.
ברוחניות - ווי באקאנט איז א יעדע ישיבה צוזאם געשטעלט פון בחורים מצויינים, בינונים, און בינונים חלשים, דער דרך העולם איז אז שוואכע בחורים פאלן ארויס פון געזעלשאפט אדער טרעפן זיי זיך מיט בחורים וואס שטייען אין א שוואכערע דרגה פון זיי וואס דאס איז בכלל נישט געאייגנט פאר זיי, זייער איינציגסטע פראבלעם איז נאר אז זיי האבן אביסל שוואכערע כשרונות ווי דער געווענליכער בחור, דא קומט אריין "עזר לתלמיד" אין בילד וואס דורך דעם וואס מיר באצאלן חברותות צו לערנען מיט'ן שוואכער'ן בחור פילט זיך דער בחור נישט אויסגעשפילט און ער קען אויסשטייגן ווי עס פאסט (צומאל נאך א שטיק צייט קען ער ווערן אן "עזר מלמד" אנשטאט אן "תלמיד").
בגשמיות - בחורים וואס קומען פון שטובער וואס זייערע עלטערן מוטשענען זיך אויף לחם לאכול קומט אויך "עזר לתלמיד" אריין אין בילד און מ'קליידעט אויס די בחורים מלבושי כבוד וויא היטן – סוטס – בעקיטשעס – דריי גוד – שיך, וואס ס'פעלט זיך נאר אויס שלא יחסר המזג (וויא פארשטענדליך אז אן ערוואקסענער בחור דארף זיין אויסגעקליידעט באופן הראוי).
ווי געשריבן אנפאנג איז דאס בלויז אויפן שפיץ גאפל וואס "עזר לתלמיד" טוט אלס אויף, דאס אלעס קאסט אפ שווערע געלטער און ס'איז נישט מעגליך אנצוגיין ווייטער אן די שטיצע פון אלע אנשי שלומינו, ע"כ בעטן מיר אייך נעמט עס נישט פאר לייכט, נעמט א טייל מיט שיינע סכומים, און העלפט מיט דעם אויפצובויען בתים נאמנים בישראל, בזכות דעם זאלט איר זיין אייביג פון די נותנים און נישט פון די מקבלים און זוכה זיין צו שמחה ונחת פון אייערע קינדער,
ויש קונה עולמו בשעה אחת
תזכו למצוות
דרייגוד סעט
$ 375.00
סוט
$ 280.00
היט
$ 220.00