די גרעסטע כוח צו קענען האבן השפעה אין די רעגירונג איז דורך א "פעק" – די ראשי תיבות פון פאליטיקעל עקשאן קאמיטי. דאס איז אזא לעגאלע קרן וואס זאמלט געלט פאר א געוויסע צוועק און פינאנצירט עסקנות און שתדלנות פאר דעם צוועק. דאס איז די שטערקסטע וועג צו קענען מצליח זיין און דורכפירן שינויים לטובה פאר א צוועק.
די פדיון שבויים פעק וועט שרייבן היסטאריע מיטן התייסדות פון די ערשטע חרדישע פעק אין וואשינגטאן: די פדיון שבויים פעק.
צדק האט שוין אינוועסטירט אסאך געלט און כוח צו אנגרייטן די לעגאלע פעק צו פארזיכערן אז פדיון שבויים און צדק געווינט, און נישט אכזריות.
גדול יהיה היום הזה: יום פדיון שבויים!
ד' שבט – די יארצייט פון הרה"ק רבי משה לייב סאסובער, עמוד פדיון שבויים וועט כלל ישראל גרינדן צום ערשטן מאל אין איר היסטאריע די פדיון שבויים פעק!
דער גרויסער טאג, ד' שבט. די יומא דהילולא פון דעם הייליגן צדיק רבי משה לייב סאסובער זי"ע, וואס אלע צובראכענע אידן האבן ארויסגעקוקט אויף זיין ישועות און זיין פדיון שבויים.
די טאג איז מסוגל פאר פדיון שבויים, די טאג וועט ברענגען גרויסע ישועות און רפואות פאר אידן וואס העלפן ארויס די הייליגע מצות פדיון שבויים און נעמען אנטייל אין גרינדן דעם נייעם מעכטיגן פעק וואס וועט זיין בע"ה פדיון שבויים דרבים און הצלה לדורות.
ברוך פודה ומציל
מיר האבן מיטגעלעבט גרויסע ניסים די לעצטע יארן אין די פעלד פון פדיון שבויים. אסאך אידן יושבי חושך וצלמוות זענען ב"ה באפרייט געווארן פריצייטיג. אידן האבן געפייערט די הצלחה פון פדיון שבויים פון אלפים בבת אחת. כן יעזור השם הלאה.
צדק האט בע"ה און מיטן הילף פונעם היימישן ציבור דורכגעבראכן היסטארישע פדיון שבויים געזעצן באפרייט מאפילה לאורה טויזנטער מענטשן און מערערע אידן, און געמאכט אונזער לאנד אביסל מער א מלכות של חסד.
די צוויי הויפט וועגן וויאזוי אידן זענען געהאלפן געווארן זענען געווען די "קעירס אקט" וואס האט באפרייט מענטשן צוליב קאוויד, און די "עלדערלי ריליעס פראגראם" וואס באפרייט עלטערע מענטשן.
אבער א נייע קריזיס לייגט אלעס אין סכנה:
די רעגירונג וויל צוריקשיקן אסאך ארעסטאנטן וואס זענען ארויס צוליב די קעירס אקט. אין די זעלבע צייט איז דא א גרויסע סכנה אז די עלדערלרי ריליעס פראגראם זאל בטל ווערן, און דאס לייגט אריין אסאך אידן אין א גרויסע סכנה און עס פארוואסערט די גאנצע הצלחה ביז אהער.
די צו השעה: צו קענען ראטעווען און מחזק זיין די פדיון שבויים געזעצן מוז מען האבן א ממשות'דיגע פדיון שבויים באוועגונג אין וואשינגטאן!
די עסקנים פון צדק קעמפן העלדיש פאר פדיון שבויים און קענען נאר מצליח זיין מיט איין מהלך: א פאליטישע פע"ק.
מציל נפש אחת
$ 1,800.00
להציל
$ 500.00