טייערע יודישע קינדער רחמנים בני רחמנים:
וואס מיינט בידך?
וואס מיינט חלילה בלי ידך!
וויפיל ליגט בידך?
וואס איז וצרת הכסף בידך!
די ברייט באקאנטע ארגעניזאציע ״בְּיָדְךָ״ רעדט יעצט צו אייך, בעטענדיג איר
זאלט צולייגן דעם של ראש צום של יד!
״בְּיָדְךָ״ איז געשאפן געווארן (אזוי ווי פיעל גוטע ארגעניזעשענס) דורך איין
אומבאהאלפענע פאמיליע, וואס זייער לעכטיגע קינד (א מיידעלע תחי׳) איז געבוירן
געווארן מיט איינע פון אירע הענטעליך נישט גאנץ ה׳ ישמרינו.
וואס איז געשעהן? די עלטערן ווערן פארלוירן נישט וויסנדיג וואס מ׳טוט דא! צו
וועם גייט מען? ווער איז באקאנט ווי אזוי מ׳באהאנדעלט אזא סארט פעקל? וועלכע
דאקטורים זענען ספעציעליסטן אין דעם הינזיכט? וועלכע שפיטאל צייכענט זיך
אויס די בעסטע דאס צו היילן (עד שידם מגעת) אדער לייכטער צו מאכן, אזא מין
פראבלעם?
וואס בכלל איז שייך צו טון? איז עפעס געדעקט ביי אינשורענס? וועלכע אינשורענס
איז די בעסטע פארדעם? ווער געבט חיזוק צו האלטן די נייע יונגע עלטערן אויף די
פוס?
זיי לויפן צו די עקזיסטירנדע גאר געטרייע ארגעניזאציעס פון אלע עניני רפואה, און
ביקור חולים׳ס! וואס גייען באמת אויס פאר זיי, און ווילן זיי העלפן! אבער זיי זאגען:
מיר טוען בעיקר און יענע מחלה לא עלינו ול״ע! מיר ווייסען בכלל נישט פון מחוסר
אברים ספיציעליסטן! מיר פארשטייען נעמליך אין אינערליכע היילינגען ווי הארץ,
מח, נירן, לעבער, אד״ג. אין אייער סארט קעיס איז טאקע נישטא קיין סאך
וויסנשאפט...
דער טאטע כאפט דא אז השי״ת קלויבט עהם יעצט אויס צו זיין דער שליח ה׳
און ווערן דער מלאך הגואל, דער מציל ומושיע פאר אנדערע יודען אין אזעלכע
מצבים אזוי ווי ער איז יעצט, און ביי עהם איז נישט נאר געבוירן געווארן א ספעשל
קינד, נאר עס ווערט ביי עהם געבוירן א נייע ספעשל ארגעניזאציע וואס גייט העלפן
אזעלכע עלטערן, וואס זענען ביז יעצט געווען הילפלאז, ״איך שפרינג אריין אין
דעי עבודה רבה״ איז ער מחליט, און פרובירט מחזק צו זיין עקרת ביתו די
צובראכענע יולדת וואסערע זכיה מ׳דערלאנגט זיי מן השמים, די אשה כשירה תחי׳
פארשטייט עס זייער גוט! אפשר אפילו נאך בעסער פון עהם... מיט איר יודישע
מאמע׳דיגע געפילן, און שטעלט זיך צו און איז עהם מחזק מיט שטארקע קלוגע
רייד, דו זאלסטיך שוין נעמען טון צו דער זאך! געוואר צו ווערן אלעס וואס איז
שייך צו העלפן, פארגרינגערן דאס לעבן און לייכטער צו מאכן פאר אזעלכע
לעכטיגע הייליגע קינדערליך, מיט זייער ארומיגע, שאפן קראנטע ידיעות איבער
רופאים נאמנים, ריכטיגע שפיטעלער, פיזיקל טערעפיסטן, פאלשע גלידער
ארטיפעידן orthopedics , מומחים אין עמאציענעלע הילף פאר די עלטערן, און
פאכלייט וואס פארשטייען ווי אזוי צו בויען די לעכטיגע קינדערליך זיי זאלן וואקסן
שטארק ביי זיך, און נאך.....
יעצט 18 חדשים שפעטער שטייט א פולע ארגעניזאציע גרייט על כל צרה שלא
תבא, מיט א שטארקע באקאנטשאפט אין דעם פעלד, פילע קאנטאקטן מיט די
בעסטע דאקטורים, כירוגירן, גלידער orthopedics, שפיטעלער, טערעפיסטן, אין
ניו יארק והגלילות ביז קענעדע ועד בכלל, מיטן קלינגעדיגן נאמען ״בְּיָדְךָ״ גרייט
צוצולייגן ״ביידע הענט״ פאר וועם סדארף עס, מ׳זאל נישט דארפן.
ווי אויך ווערט צוגעשטעלט חיזוק אווענטן groups support סיי פאר עלטערן, סיי
פאר די קינדערליך, צו באפעסטיגן זייער זעלבסט ווירדע בשתי ידים.
דאס אלעס אנצופירן כראוי פאדערט א געהעריגע ברייטע צוגעפאסטע אפיס, מיט
קעיס מענעדזשערס, סעקרעטארענס, קאנפערענץ צומערן, פרייוואטע אינטערוויו
פלעצער, וואס ציען אריין אין וואקסענדע עקספענסעס, נאכצוקומען די געברויכן פון
די איבער 150 פאמיליעס, וואס ווערן געהאלפן דורך ״בְּיָדְךָ״ און עס וואקסט
ליידער צו שנעל, מוזן מיר ארויסגיין און אויסשטרעקן אונזערע ״בידינו״ צו ציבור׳ס
הערצער, איר זאלט אונז צוהעלפן ״בידכם״ הרחבה והמלאה, יעדער זאל וויסן און
פארשטיין אז ״בידך״ ווענדט זיך די הקמת וקיום אסאך היימישע יודישע משפחות.
קויפט זיך איין זכיות
תומך: וצרת הכסף ״בידך״ $180 לחודש
תומך: ירום ידו וגבר. $360 לחודש
תומך: ידי זהב. $720 לחודש
תומך: מן הבא;בידו אבנים טובות ומרגליות. $1000 לחודש
פארשטייט זיך אז דא גייט נישט אהן לא ירבה ולא ימעיט, נאר איש כמתנת ״ידו״
בזכות אייער געבן מיט א ברייטע האנט זאלן אלע יודן האבן געזונטע הענט
בזכות אייער געבן מיט א ברייטע האנט זאלן אלע יודן האבן געזונטע הענט
שלימות'דיגע רמ"ח אברים ושס"ה גידים
והשי"ת ישלח ברכה והצלחה בכל מעשה ״ידיכם״
לא "לידי" מתנת בשר ודם חלילה
כי אם "לידך" המלאה הפתוחה
ביז מיר וועלן זוכה זיין צו והיה ביום ההוא יוסיף ה' שנית "ידו" לגאל את שאר עמו בב"א
הנהלת ״בְּיָדְךָ״
בידו
$ 100.00
בידו הגדול
$ 180.00
תומך: וצרת הכסף ״בידך״
$ 1,200.00
תומך: ירום "ידו" וגבר.
$ 1,800.00
תומך: "ידי" זהב.
$ 3,600.00
תומך: מן הבא "בידו" אבנים טובות ומרגליות.
$ 12,000.00