דער כולל עצי חיים איז היינט ברייט באקאנט אלס זעלטענער מקום תורה אין ארץ הקודש, וואו די עוסקים בתורה בטהרה, רבנים ולומדים מופלגים לערנען מיט גרויס התמדה, און א קול תורה אדיר הערט זיך כסדר ארויס מבין כותלי ביהמ"ד.
דער כולל שטייט אונטער די נשיאות פון כ"ק הגה"צ רבי שלום אליעזר ט"ב שליט"א אבד"ק קהילתינו הק' 15'טע עוו. פון בארא פארק, וועלכער איז נתמנה געווארן דורך אחיו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א - נאך די הסתלקות פון רביה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע - לעמוד לשרת אויף דעם הייליגן תפקיד צו דינען אלס "נשיא הכולל לרבי מאיר בעל הנס", כדי דערמיט ממשיך צו זיין ביתר שאת ועוז די פעולות הצדקה והחסד וואס דער רב שליט"א האט געהאט די זכי' די אלע יארן וואס ער האט געדינט אלס גבאי צדקה פונעם טאטן זי"ע.
דאס געלט וואס ווערט געשיקט פון דאהי, ווערט פארנוצט אויף ברויט-צום-טיש, איבערהויפט די לעצטערע תקופה ווען ס'הערשט אן אויסטערלישע יקרות אויף פראדוקטן, און טוט אומגעהויער אפעקטירן די לומדים וועלכע פירן א באשיידענעם לעבן און זענען זיך מדחיק על התורה והעבודה לויטער "על טהרת הקודש", און זיי זענען אנגעוויזן אויסשליסליך אויף די תרומת הקודש פון אידן אין חוץ לארץ וואס האבן די זכי' צו זיין א שותף מיט זייער תורה.
לאור זה איז פראקלאמירט געווארן דער געניאלער זכות פון א "געלט שותף". אין ראם פון דעם זכות קויפט דער תומך אפ א פאקטישער יושב אהל, איינער פון די מצויני הלומדים, שאין לו בעולמו כלום אויסער די ד' אמות של הלכה, וואס דער זכות עסק התורה ווערט מיטגעטיילט גלייך-אויף-גלייך מיט'ן "געלט שותף" אריבער דעם אטלאנטיק. א ריכטיגער "יששכר זבולון" וואס יעדער בעה"ב וואונטשט זיך צו האבן.
ווער לעכצט דען נישט נאך א דביקות בתורה יומם ולילה? ווער קוקט דען נישט ארויס אויף א ווירקליכע "שבתי בבית ה' כל ימי חיי"? דער "געלט שותף" פאר'ן "כולל עצי חיים" וועט זיך דאס דערלעבן אין רעאליטעט! די שמש הצלחה וועט אים פינקלען אין אלע געביטן, בעת דער קול תורה פונעם שותף אינעם כולל שטעלט זיך נישט אפ, און עס פליסט צו אים דירעקט מיט אלע הייליגע השפעות וואס די תוה"ק איז משפיע.
בד בבד ווערט דער "געלט שותף" באגליקט מיט'ן קיום המצוה פון "ישוב ארץ ישראל" מיט א הידור מלאה.
דאס שרייבט מרן רביה"ק זי"ע בספרו הק' "ויואל משה", אין עטליכע מקומות, ובפרט אינעם מאמר ישוב א"י (סי' ק"ז) וואו דער רבי זי"ע איז מברר ומלבן ומלקט כגורן אלע שיטות הפוסקים ראשונים ואחרונים איבער מצוות ישוב א"י בזמן הזה, און טוט דערביי קלאר פסק'ענען, אז מיט'ן תומך זיין ערליכע אידן לומדי תורה בטהרה אין ארצינו הק', איז מען ריכטיג מקיים די מצוה פון "ישוב ארץ ישראל" אויך בזמן הזה! דער רבי טוט דערביי זיך אויסדרוקן אויף די מחזיקים "אשרי חלקם", ברענגענדיג פון די פוסקים אז זייער זכות איז גאר "שכרו בטוח יותר" פונעם תלמיד חכם זעלבסט!
אויף די אויסטערלישע ווערטער "שכרו בטוח יותר" פירט דער רבי אויס: וכל שכן בתלמוד חכם שבארץ ישראל!
ויואל משה אמת.