ווען מען דערמאנט "מבצר הלומדים" איז שווער צו דערציילן אלס וואס טוט זיך אפ אונטער איר דאך. אבער אין איין ווארט קען מען דערציילן: דאס איז פאקטיש "דער גרעסטער מקום תורה איבער אמעריקא מיט די מערסטע צאל לומדים אונטער איין דאך"! א ריזיגער מספר פון נאנט צו 500 לומדים מופלגים זענען זיך דארט ממית באהלה של תורה, און שטייגן אויס בעז"ה מיט הצלחות אדירות בתורה והוראה צווישן די 4 ווענט פונעם הייליגן כולל.
ווער ס'טרעט נאר איבער דעם שוועל פונעם "מבצר הלומדים" אויף הופער סטריט, שטייט געפלעפט פונעם מחזה הוד, אומגלויבליך אז דאס קען פאסירן בשנת ה"א תשפ"א ליצירה, א לגיון אדיר פון יושבי אהל זענען 'איינגעשטעקט' אין די תורה, 'אויסגעפלאגט' פון הוויות עולם הזה. די שטורמישסטע וועלטס-איבערקערענישן, וואס הייבט אויף פון גמרא אפילו גרויסע למדנים, דרינגט נישט אריין אין אט דעם מבצר. עס איז אומגלויבליך, אבער א פאקט.
בלויז די לעצטע פאר יאר, ווען די אידישע גאס האט אויפגעריסן מיט היסטארישע נייעסן, א שטייגער די רובאשקין-באפרייאונג זאת חנוכה תשע"ח, צי – ליידער אין פארקערטע טאן – די שרעקליכע ל"ג בעומר טראגעדיע אין מירון, האבן די נייעסן צובאקומען היסטארישע שנירלעך, ווען עס האט ארויסגעשטארט איין איינציגער מקום ביים יהדות החרדית, וואו מ'האט געמוזט אויסווארטן אפאר שעה אז די נייעסן זאלן דערגרייכן און אנהייבן ווערן א טעמע.
דאס איז דער "מבצר הלומדים", וואו מ'האט געהאלטן אינמיטן נאכמיטאג סדר, און ס'האט ווייטער געדונדערט דער קול תורה כאילו לא הי'. די נייעס איז ניטאמאל אנגעקומען צו קיינעמ'ס אויגן און אויערן, אין רעזולטאט פון די ספעציעלע שטארקע תקנות בנוגע סעלפאונס און טעקס-מעסעדזשעס, צו וואס יעדער שטעלט זיך צו מיט א חשקות הלב לתורה ויראת ה' טהורה.
אין קורצן, עס האנדלט זיך פון א זעלטענע מציאות אינעם עולם הכוללים, ווי עס זיצן תחת גג אחד ארום פינף הונדערט יונגעלייט וואס זענען אריינגעטון ראשם ורובם אין לערנען, גענצליך אפגעהאקט פון די אלע מיני כלים למיניהם, און אזוי שטייגן זיין כסדר העכער און העכער מיט'ן קונה זיין חלקי התורה לשם ולתפארת.
אלס "ראש הכולל" דינט דער מרביץ תורה והוראה, ת"ח עצום בכל מכמני התורה, ומרבה פעלים לתורה ולתעודה, הגה"צ רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א רב ביהמ"ד ברך משה, וועלכער איז נאך געשטעלט געווארן אויף דעם משרת קודש דורך מרן רביה"ק הברך משה זי"ע, וועלכער האט באאויפטראגט תלמידו החביב און פערזענליכער חברותא, צו שטיין בראש הכולל, און מאז ועד עתה, שוין אריבער דרייסיג יאר, כולן שוין לתור"ה, איז ער עומד בראש פונעם הרבצת התורה וואס טוט זיך כסדר דראסטיש פארברייטערן אונטער זיין השפעה המלאה.
לימינו איז עומד הכן מיט א שטארקע התמסרות, דער מרביץ תורה מפורסם, הגה"צ רבי דוד ליבערמאן שליט"א אב"ד שעניא, מנהל הכולל, וועלכער איז שוין פילע יארן, משגיח איבער אלע די ראמען פונעם מבצר, אויף אזא געוואלדיגן און מוצלח'דיגן פארנעם, זייענדיג דער ת"ח עצום בכל מכמני התורה און משיב שפה לנאמנים, שטייענדיג אלעמאל גרייט צו באגלייטן די לומדים איבער אלע חבורות בנאמנות יתירה.
וברם יזכר לשבח ולתהלה, דער מרומם קרן התורה, הרה"ג רבי מנחם הירש שליט"א, פון די לאנגיעריגע יושבי אהל, וועלכער שטייט צו די רעכטע האנט פונעם ראה"כ שליט"א אינעם הנהגת המבצר, און בכל עת ועונה איז ער דואג מיט א מסירת נפש צו פארזיכערן אז דער קול תורה שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ, און עס ווערט כסדר נתרומם קרן התורה בכל הגבולים.
אט איז א קורצער איבערבליק אויף די 14 חבורות פון די הונדערטער עמלי תורה:
חבורת הלכות שבת:
ראש החבורה לפה"צ הרה"ג רבי יואל היימאן שליט"א, מו"ץ, ראש החבורה אחה"צ הרה"ג רבי יואל הכהן גלאנץ שליט"א, מו"ץ
חבורת יורה דעה ח"א:
ראש החבורה לפנה"צ הגה"צ רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, ראש הכולל, ראש החבורה אחה"צ הרה"ג רבי יודא שמואל פריעדמאן שליט"א
חבורת הלכות יום טוב:
ראשי החבורה הגה"צ רבי דוד ליבערמאן שליט"א אבד"ק שעניא, מנהל המבצר, והרה"ג רבי שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א
חבורת יורה דעה ח"ב:
ראשי החבורה לפה"צ הרה"ג רבי הערשל מייזליש שליט"א, רב ביהמ"ד בית נחום דוב, והרה"ג רבי יואל וויינבערגער שליט"א, ראש החבורה אחה"צ הרה"ג רבי שלום טייטלבוים שליט"א, רב ביהמ"ד ודומ"ץ קרי' ויואל משה
חבורת הלכות ריבית:
ראש החבורה הרה"ג רבי יואל הערש קאהן שליט"א, מו"ץ
חבורת הל' קריאת התורה:
ראש החבורה הגה"צ רבי שמואל דוד סאקס שליט"א, דומ"ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין
חבורת הלכות סוכה:
ראש החבורה הרה"ג רבי יואל שווארץ שליט"א, דומ"ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין
חבורת חושן משפט:
ראש החבורה הרה"ג רבי עמרם ראזנער שליט"א
חבורת מורי הוראה:
ראש החבורה הרה"ג רבי עזרא משה כאירה שליט"א, מו"ץ
חבורת תורתם אומנתם:
ראש החבורה הרה"ג רבי יואל שטיינפעלד שליט"א
חבורת פרי עמלם:
ראש החבורה הר"ר לייבוש גרינפעלד שליט"א
חבורת הלכות שבת - קובץ על יד:
ראש החבורה לפנה"צ: הרה"ג רבי יואל אשכנזי שליט"א, נכד רבינו שליט"א, ראש החבורה אחה"צ הרה"ג רבי יואל ווייס שליט"א
חבורת "יסודי התורה" בעיון:
ראש החבורה הרה"ג רבי אליעזר מרדכי סופר שליט"א
חבורת "להתעדן" – מוסר וחסידות
והגית (50 לחודש)
$ 600.00
שותפות שבוע עם כל הלומדים
$ 3,600.00
יששכר זבולון - שותפות שלימה
$ 6,000.00