אין די נאנטע טעג וועט אי"ה פארקומען די דריטע גרויסע חלוקה פאר די גרעסטע לומדי תורה בטהרה אין ארץ ישראל, די אריבער 100 מורי הוראה פון די עדה החרדית, אין שפיץ פון די גאונים חברי הביד"ץ שליט"א, וואס ווערט פארטיילט דורך מרן פוסק הדור גאב"ד ירושלים שליט"א.
דאס ברענגט אריין דעם יו"ט ביי די גדולי ישראל און האלט אונטער דעם יסוד פונעם ערליכער ציבור אין ארץ ישראל, און וועט בע"ה פארברייטערט ווערן לויט די חשובע נדבות פונעם ציבור החשוב וועלכע וויל אודאי ממשיך זיין דעם דרך האבות צו שיקן געלט פאר'ן קיום פונעם ערליכער ציבור אין ארץ ישראל.
רביה"ק מסאטמאר זיע"א האט געשריבן בכתב יד קדשו אינעם לעצטן דף פון ספר ויואל משה מאמר ישוב ארץ ישראל: "השולחים מעותיהם לתורה ומצות בארץ ישראל ונותנים שם חיזוק ליראים וחרדים שכרם עד אין קץ”. הייליגע ווערטער. יעדער וויל זוכה זיין דערצו!
באזונדער וועט אי"ה פארטיילט ווערן דאסמאל א ברייטע חלוקה פאר אלע חברי קהילות הקודש, צו העלפן אלע ערליכע עניי אר"י דעקן דעם טיש אויפ'ן הייליגן יו"ט פסח!
דער עניות אין אר"י איז גרויס, בפרט ביי די טויזנטער לומדי תורה מתוך הדחק, און ס'איז יעדנס זכי' צו קענען שטיצן אזעלכע ברודער! ואלקא דמאיר יעננו.
זכות תמיכה לפסח לגדול בישראל בארה"ק
$ 1,000.00
קמחא דפסחא לעניי ארה"ק לקראת חלוקה הגדולה
$ 500.00
שותפות בחלוקת קיום התורה
$ 180.00