די שטאטישע תורה הויפטקווארטיר לעבט מיט א פילפאכיגע אויסברייטערונג, עס ווערט געבויט פון שפאגל-פריש א פראכטפולער "היכל הכולל" האדיר, וואו עס וועט אקאמאדירט ווערן דער איבערגיס פון אריבער "800 לומדי הכוללים", וואס האבן מער נישט פלאץ אין די דריי עקזיסטירנדע איבערגעשטאפטע היכלים.
אין די לעצטערע חדשים איז דער גאנצער אונטערשטער שטאק פונעם בנין געווארן דעמאלישט און פאראייניגט אלס איין פיר-קאנטיגער ליידיגער באדן. אצינד, בפרוס הפסח תשפ"ג, איז מען שוין העפטיג אין די אויפבוי פאזע, וואס מ'האפט אז ביז געציילטע חדשים וועט דער היכל שטיין על תלה, א מעוז ומגדל בכליל תפארת.
דער היכל החדש וועט פארמאגן הונדערטער מקומות הלימוד פאר די לומדי הכולל, געבויט מיט תורה'דיגע פראכט, רחבות'דיג און פראקטיש, דערונטער די ברייטע הערליכע קארידארן, קאווע שטיבל, ביה"כ, א שפע פלאץ פאר מאנטלען, און אנדערע צרכי הלומדים, געשמאק און בא'טעמ'ט; הקיצור, א "היכל מפואר" מיט אלע פירושים.
דער היכל החדש וועט אויך זיין אין באנוץ בוקר וערב, פאר'ן אלגעמיינעם ציבור קובעי עתים לתורה, אלס פרישער מקום תורה, בנוסף צום היכל ראזענבערג, וואס איז שוין בליעה"ר היבש אויסגעוואקסן, ספעציעל אין מערערע זמנים איבער'ן יאר ווען ס'הערשט אן ענגשאפט.
דער שטאק וועט באזונדער אקאמאדירן א נייער אכסניא של דיני תורה, פאר'ן בארימטן "ביד"ץ קרית יואל" שע"י מבצר הכוללים, וואס וועט ערשטמאליג זיין קווארטירט אין אן אויסנאם רחבות'דיגער לאקאל, צוגעשטעלט מיט אלע צוגעהערן וואס פארלאנגט זיך פאר'ן שפרודלדיגן באנוץ און פארקער פון דיני תורה וואס ווערן געפירט ביושר ובצדק.
ווי פארשטענדליך, כדי צו קענען פינאנצירן דעם קאסטבארן פראיעקט און אויספירן אזא וויכטיגע אונטערנעמונג מכח אל הפועל פעלט זיך אויס אסטראנאמישע סומעס, דעריבער ווערט געלאזט אין גאנג דער גראנדיעזער "בונים היכל" קאמפיין, וואס שטרעקט אויס די גאלדענע געלעגנהייט פאר די נדיבים בעם, צו קויפן אן אייביגער זכות פון די טויזנטער שעות לימוד התורה צווישן די ווענט פונעם מקום השראת השכינה אינעם נייעם רוחניות'דיגן קאמפלעקס.
דרוקט דא צו זען די הערליכע דעזיינס און אלע זכותים אפיעס פונעם הקמת ההיכל, וואס איז שוין אין טיפע שוואונג, און וועט בעז"ה ביז א קורצע צייט זיין אין באנוץ, וקול התורה ישמע בהיכלינו. היות דער פארלאנג איז גרויס אויף די פארשידנארטיגע זכותים נדירים, עס יאווען זיך ב"ה אידן צו מאכן די קלוגע אינוועסטמענטס, איז ראטזאם נישט צו זוימען, און זיך מקדים זיין בטרם יקראו דורכ'ן כאפן דעם געלעגנהייט פון "יהא חלקי ממקימי תורה".
זכות הקומה ***נמכר
$ 350,000.00
אוצר הספרים ***נמכר
$ 300,000.00
שער החיצון
$ 360,000.00
שער הפנים ***נמכר
$ 150,000.00
שער החיצון-צד הבנין
$ 200,000.00
שער ההיכל
$ 250,000.00
שער הפנימי-גלאז ***נמכר
$ 120,000.00
שער הקומות ב ***נמכר
$ 65,000.00
חדר האוכל ***נמכר
$ 180,000.00
חדר אשר יצר ***נמכר
$ 40,000.00
שער בית דין צדק - החיצון
$ 200,000.00
חדר בית דין צדק ***נמכר
$ 250,000.00
ספרים שאנק
$ 8,000.00
ספרים שאנק (קטן) ***נמכר
$ 5,000.00
ספרים שאנק (האלבע)
$ 3,600.00
קנין מקום תורה
$ 1,800.00
שער המזרח
$ 90,000.00
חדר הקאווע ***נמכר
$ 50,000.00
זכות נר למאור
$ 36,000.00
שער בית דין צדק - פנימי
$ 100,000.00
חדר הלעקטער
$ 100,000.00