סאטמאר – אינאיינעם מיטן וואוקסט פון קהל עדתינו איבער די לענג און ברייט פון די שטאט וויליאמסבורג, האט די "התאחדות אברכים" אין די לעצטע צוויי-צענדליג יארן זיך אויסגעברייטערט אין יעדן איינציגסטן הינזיכט, און פון די זעלבע צוויי טרוקענע ווערטער וועלכע האבן פאר לאנגע יארן באדייט בלויז צושטעלן שיעורי תורה פארן רבים און פארן יחיד, באדייט דאס היינט דער "כל בו" פאר אלע עניני רוחניות, און היינט שוין-אויך פאר גשמיות'דיגע הילף פאר חברי קהלתינו הק'.
עס איז כמעט נישט דא א זמן אין לויף פון יאר, אדער א תקופה אינעם לעבן, ווען אנשי שלומינו זענען נישט נהנה פון די פעולות נשגבות פון די "התאחדות אברכים", אנגעהויבן פון די גרעסערע פעולות דורך די תורה חבורות, שיעורים ברבים, אהבת קדומים, שיעורי טהרה, מועד במועדו, חגים וזמנים, חול המועד, און אזוי ווייטער און ווייטער.
די אנטוויקלונגען איבער די לעצטע יארן אינערהאלב די אפיסעס פון "התאחדות אברכים", די ברייטע פלאטע פון עסקנים נמרצים וועלכע שטייען אין שפיץ פון אלע שיעורי תורה ברבים וביחיד וואס האט זיך אמבעסטן ארויסגעצייגט דורכאויס די ביטערע תקופות, האט געפירט אז יעדער פערזענליך שפירט און פארשטייט אז דער קאמפיין סלאגאן "יעדער געניסט" איז דער טרוקענער פאקט. א מציאות אין פשוט'ן זין פון ווארט.
אלס קליינער ביישפיל וואס דער גאנצער ציבור האט מיטגעהאלטן אינעם לעצטן יאר, האט ווי ארויסגעשיינט דער לעכטיגער אור פון די "התאחדות אברכים", אין די לאנגע חדשים פון דער ביטערער קאראנא מגיפה, באלד אין די ערשטע טעג נאך פורים תש"פ, ווען די גאנצע וועלט איז נאך געווען אין א צומישעניש, קיינער האט נישט געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ צו שטעלן א טריט פאראויס, דאן איז די "התאחדות אברכים" אריינגעשפרינגען און אוועקגעשטעלט דעם בארימטן "בית המדרש אינדערהיים" פראגראם אויפן "קול התאחדות אברכים" ליניע, וואס דאס האט געפירט צו א פולקאם נייע עפאכע, וואו שווערע טויזנטער אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט האבן געטראפן דערין א קוואל פון חיזוק ועידוד, דורך די הונדערטער שיעורי תורה מדי יום ביומו, שבוע בשבוע ומועד במועדו, וואס האלט נאך אן ביז צום היינטיגן טאג, מיט א שווערע מאסע פון מקשיבים.
עס איז א שטאלץ צו דערציילן, אז דורכאויס דעם לעצטן יאר זעלבסט, איז צוגעקומען מילליאנען [יא, איר ליינט גוט: מ-י-ל-ל-י-א-נ-ע-ן!] שעות פון לימוד התורה דורך די "התאחדות אברכים", בשבתך בביתך ובלכתך בדרך, אינדערהיים און אויפן וועג, אידן האבן זיך קובע געווען צו הערן שיעורי תורה דורך ערליכע רבנים ומגידים, מורי צדק ומשפיעים שליט"א, און דאס איז געווארן א מיטל צו קענען עוסק זיין בתורה אויך ווען מ'געפינט זיך נישט אין שטוב, אדער אין א מצב ווען מען קען נישט עוסק זיין בעסק התורה.
אין קלארע ווערטער: אויב האט מען ביז פורים-פסח תש"פ, און דורכאויס דעם גאנצן לאנגן יאר העבר עלינו - ליידער נישט אזוי לטובה - אויך געהערט און געוואוסט, גענאסן און געקוואלן פון די רייכע פעולות און שיעורי תורה פון די "התאחדות אברכים", האט דאס באקומען גענצליך א נייע באדייט, ווען די "התאחדות אברכים" איז געווען דער הילפס-ברעט, במלוא מובן המילה, פאר הונדערטער אנשי שלומינו, זקנים עם נערים, וואס האט דערהאלטן ביים רוחניות'דיגן חיות, און געבליבן ווייטער דער קוואל פון שיעורי תורה אויף גאר א ברייטן פארנעם.
* * *
א "כל בו"! – די "התאחדות אברכים" שטייט היינט צו טאג'ס אין שפיץ פון אלע שיעורי תורה וועלכע ווערן געלערנט אינערהאלב די חבורות בקרב קהלתינו הק', אלע פעולות וואס פארלאנגט זיך פאר די הצלחה פון די חבורות, די בחינות, שיעורים ברבים, יעוץ והדרכה פאר אברכים צעירים, די גרויסע "חול המועד שיעורים", דער בארימטער "קול התאחדות אברכים" ליניע, און נאך. הקיצור: וואו נאר עס איז שייך צו מרומם זיין דעם כח התורה אינערהאלב קהלתינו הק', איז דאס אונטער די פליגלען פון די "התאחדות אברכים".
ומצודתו פרוסה! – כאטש די "התאחדות אברכים" איז סטאנציאנירט אינערהאלב קהלתינו הק' דאהי אין וויליאמסבורג, איז דאס באמת דער "צענטראלער התאחדות אברכים" פון אלע קהלות קדושות ד'סאטמאר איבער דער גארער וועלט. פון דעם אפיס דארט אין דער הייעך אויף 58 ליע עוועניו, גייען ארויס די בחינות, שיעורים, טשעקס, חזרה גליונות, תורה ליניע, מודעות, ועוד ועוד, צו אלע סאטמארער קהילות איבער די וועלט; אלעס ווערט קאארדינירט און אנגעפירט דורך די היגע עסקנים.
אשרינו מה טוב חלקינו! – די עסקנים פון "התאחדות אברכים" זענען גליקליך צו הערן פונעם ברייטן ציבור, ווי מ'איז נהנה פון די רוחניות'דיגע פעולות נשגבות; דער ציבור אנערקענט די געוואלדיגע ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט אין יעדן הינזיכט מרומם צו זיין דעם כח התורה בקרב קהלתינו הק', ועוד ידם נטוי' צו גיין פאראויס אויפצוטוהן נאך און נאך להגדיל תורה ולהאדירה.
"אם אין קמח אין תורה" לערנען אונז חכמינו ז"ל. ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז אזעלכע גרויסע פעולות, וואס נעמט אריין ארבעט פון יעדן טאג אין יאר, שלעפט אריין אין גאר גרויסע הוצאות, און עס איז נישט מעגליך ווייטער אנצוגיין אן די הילף פונעם גאנצן ציבור!
דאס איז א גאנץ-יעריגע אפאראט פון וואס "יעדער געניסט". יעצט איז די צייט וואס "יעדער שטיצט", צו נעמען א חלק אין דעם מעכטיגן כח הרבצת התורה פאר אלע בני קהלתינו הק'.
אין אלע סאטמארער בתי מדרשים איבער די שטאט וויליאמסבורג, איז אין די יעצטיגע טעג געלאזט געווארן אין גאנג דער גרויסער "ובאו כולם" קאמפיין, וואו די עסקני "התאחדות אברכים" קומען ארויס צום ציבור מיט א הייסן רוף, זיך משתתף צו זיין מיט שיינע סכומים פאר דער גרויסער תורה אפאראט וואס ווערט אנגעפירט אונטער די צוויי ווערטער "התאחדות אברכים".
עס איז באמת א זכי' צו קענען נעמען א טייל אין די ברייטפארצווייגטע הייליגע פעולות פון די "התאחדות אברכים", צו זיין א שותף אין די הייליגע פעולות נשגבות און הונדערטער שיעורי תורה ברבים וביחיד, דרשות חיזוק בהשקפה והלכה, וואס ווערט צוגעשטעלט דורך די "התאחדות אברכים".
די געטרייע הנהלה פון "התאחדות אברכים" וועלכע שטייען אין שפיץ פון די אלע פעולות לטובה, און לאזן זיך קאסטן ממון ודמים תרתי משמע צו פירן די גאנצע ווירטשאפט דורכאויס דעם גאנצן יאר, קוקן גאר שטארק ארויס אז דער ציבור זאל זיך אנרופן מיט א ברייטע האנט, צו פארזיכערן אז דער גרויסער כח התורה פון קהלתינו הק' זאל האבן א קיום און קענען אנגיין ווייטער, אז געלט זאל ח"ו נישט זיין קיין אפהאלט פון קענען אויספירן די ווייטערדיגע פלענער און פעולות לרומם קרן התורה.
שאו ידיכם קודש!
פרנס השבוע $150 לחודש
$ 1,800.00
פרנס שיעור ברבים $100 לחודש
$ 1,200.00
פרנס היום $60 לחודש
$ 720.00
מעמדות $30 לחודש
$ 360.00
.
$ 180.00
.
$ 72.00