מיר בעטן אייך זייער, צו נעמען די מינוט-צוויי דורכצוליינען די פאר שורות מיטן ריכטיגן שימת לב, איבער דעם שווערן פינאנציעלן מצב פון ביהמ"ד הגדול, וואס אין צוגאב וואס די קאסע פון די ביהמ"ד הגדול איז אלץ אנגעשטרענגט, ואין הקומץ משביע את הארי, איז דאס אבער עוד יותר אצינד ווען די קאסע פון קהל איז ספעציעל איבערגעשטרענגט אויף א גאר שווערן פארנעם.
דאס קומט צוליב פארשידענע אומגעראכטענע גאר גרויסע הוצאות וואס זענען אונטערגעקומען במשך די לעצטע יאר, וואס האט שווער אפעקטירט די קאסע פון קהלה, לדוגמא, דאס איינשטעלן דעם נייעם "בוילער" סיסטעם אין ביהמ"ד הגדול, וואס האט אפגעקאסט פאר די קהלה אריבער א "פערטל מיליאן דאלאר" דאס באפעסטיגן דעם סטרוקטאר פונעם ביהמ"ד הגדול וואס האט עקסטער אריינגעצויגן אין הוצאות פון אריבער "א פערטל מיליאן דאלאר" און אזוי נאך גאר גרויסע הוצאות, וואס ברענגט דערצו, אז מיר דערזעען זיך מיט א לאך פון אריבער א "האלב מיליאן דאלאר" וואס מיר האבן דערווייל נישט פון וואו צו דעקן.
פון די אנדערע זייט זוכט מען שטארק זיך צו רעכענען מיט די מעגליכקייטן פון יעדן איינעם, און מיר זוכן אויף אלע אופנים נישט צו דארפן ארויפלייגן קיין פרישע התחייבות אויף די חשוב'ע מעמבערס שיחיו.
דעריבער כדי צו שאפן די גרויסע עקסטערע סכומים, אפעלירן מיר צו יעדן איינעם פון די חשוב'ע מעמבערס, אז מען זאל פון זיך אליינס קעגנקומען די קהלה מיט אן איינמאליגע נדבה, מיטן סכום פון לכה"פ "הונדערט דאלאר" און נדיבים בעם מיט ברייטערע מעגליכקייטן זאלן זיך מתנדב זיין מיט גרעסערע סכומים, אזוי צו קענען פינאנצירן די אלע צוגעקומענע הוצאות, ווען אין די זעלבע צייט וועט מען בעזהשי"ת קענען האלטן די קהל'ישע התחייבות אויפן ביז איצטיגן סטאנדארט.
דער חשבון איז זייער פשוט, אז ווען יעדער פון די "פינף טויזנט" מעמבערס פון די קהלה, וועלן געבן דעם דערמאנטן סכום פון הונדערט דאלאר, וועט מען קענען שאפן דעם גאנצן סכום פון א האלב מיליאן דאלאר, און מען וועט דערמיט זיך אליינס ארויסהעלפן, סיי צו נעמען א חלק אין דעם זיכוי הרבים פון דעם געוואלדיגן כח התורה והקדושה וואס גייט כסדר ארויס מקרב קהלתינו הק', און סיי אז מען זאל זיך קענען האלטן צום ביז איצטיגן סטאנדארט, אן דעם וואס מען זאל דארפן מוסיף זיין פרישע התחייבות.
בכל הכבוד
הנהלת הקהלה
נוטל חלק יפה
$ 180.00
נוטל חלק עם הציבור
$ 100.00
נדיבי לב
$ 1,000.00
בעלי יכולת
$ 500.00