"עינים" איז געגרינדעט געווארן אויפ'ן רוף פון גדולי הדור צו ברענגען אינספיראציע און חיזוק וואס אידישע קינדער זוכן און לעכצן דערנאך: שמירת עינים.
'שמירת עינים' איז פון איין זייט א שווערער נסיון, א פלאגעניש מיט וואס יעדער איד ראנגלט זיך א גאנץ לעבן, און אוודאי ווערט דאס בלויז שווערער מיט די נסיונות הזמן און נידריגקייט פון די וועלט וואס טראסקעט אנע גבול, ודברי תורה צריכין חיזוק. פון די צווייטע זייט איז 'שמירת עינים' דער לעכטיגער גליק, וואס דער וואס איז זוכה דערין האט אטאמאטיש א לעבן פון אמת'ע צופרידנהייט און שמחה, הייליג און געשמאק.
גאר קאסטבארע רעקלאמעס ווערן געלופטערט ביים חרדי'שן ציבור, מיט צום-פינטל מעסעדזשעס וואס מוטיגט און שטארקט אידישע נפשות זיך צו שטארקן בעת נסיון. די מעסעדזשעס לויפן אויף פלאקאטן אין די גאסן און בתי מדרשים, און צו שווערע צענדליגער טויזנטער אימעיל אדרעסן.
אויך ווערט ארומגעשיקט אין אימעיל חיזוק-בליצן דורך די גרעסטע משפיעים בדורינו, ספעציעל איבערגעגעבן פאר "עינים". עס ווערט אויפגעשטעלט אן "עינים ליניע" מיט אן אוצר אדיר פון דרשות חיזוק קולע אל השערה, און עצה ותושי' פון אייגענע ערפארונג, און נאך רייכע אפטיילונגען פון חיזוק ועידוד.
דאס אלעס קאסט אפ א הון תועפות, אנגעפירט דורך א ועד עסקנים בלי תשלום גמול, בלויז לטובת ותועלת הרבים. לויט וויפיל געלט ס'איז דא, אזויפיל קען מען טאן און בעז"ה אויפטון. מיט אייער נדבה האט איר א חלק אין זכות שמירת עינים ביי רבבות פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע שיקן כסדר אריין אויסטערלישע חיזוק ווערטער ווי ווייט יעדעס ביסל אויפמערקזאמקייט גיט חיזוק פאר'ן אידיש הארץ זיך צו שטארקן אויפ'ן נסיון. דער זכות דערפון איז אין לשער ולתאר, און אייער הילף וועט משפיע זיין אויף אייך אלע הייליגע השפעות, נחת דקדושה וכל טוב.
זכות הפצה בחוצות העיר
$ 1,800.00
זכות מודעה של חיזוק
$ 950.00
זכות הפצת מאמר חיזוק
$ 500.00
זכות "עינים" (גימטריא 180)
$ 180.00