“Doeihu Daily Halacha” sends out a short, content-rich email with halachos, inspiration and chizuk-filled stories for men and women in the workplace, offering clear direction in the important shaylos they are faced with on a daily basis.
The halachos of yichud and hisrachkus between men and women are detailed, complex and, for the most part, aren’t well known. Not being familiar with these halachos can lead one to unintentionally commit many issurim.
The clear halachos are compiled and reviewed by leading poskim. They are clarified with details, practical examples of today’s workforce, and sent daily in the “Doeihu emails” free of charge Lizchus Harabim! They act as a source of practical knowledge, inspiration and encouragement for thousands of yidden. Throughout the world, Jewish men and women find the strength through Doeihu to uphold the halachos of tznius between men and women, even in challenging environments.
While Doeihu is run and powered by volunteers, to ensure top-quality, original work in regards to content, clarity and practicality, no expense is spared to employ a staff of high-caliber professional writers and editors. This is in addition to the expense of running advertisement campaigns to publicize the program and spread awareness to every yid so they, too, can know what Hashem wants from us in the workplace, and truly fulfill the “B’chol Derachecha Doeihu”.
We turn to you to allow us to continue inspiring yidden all around the world. We need your support and generosity to further our impact. As much money as there is, that is how much we can accomplish.
With your donation, you have the zechus to enable limud torah and uphold kedushas Yisroel. It’s building a “mikva Yisroel” for thousands of yidden who become purified by absorbing these holy emails. The zechus is enormous and its reward is unimaginable.
"דעהו הלכה יומית" שיקט ארויס א טעגליכן קורצן און גאר אינהאלטסרייכן אימעיל מיט הלכה, התחזקות און היינטיגע באלערנדע מעשיות פאר'ן אידישן ארבעטער און ארבעטארין, וועלכע קוקן ארויס אויף א קלארן וועג-ווייזער אין די וויכטיגע שאלות מיט וועלכע זיי טרעפן זיך אן טאג-טעגליך ביים ארבעטס-פלאץ.
די הלכות פון יחוד און התרחקות צווישן מענער און פרויען זענען פילע, קאמפליצירטע, הארבע – און צום גרויסן טייל אומבאקאנטע פאר די מערסטע פון אונז. בשעת מען געפינט זיך ביי דער ארבעט, קען מען זיך אנטרעפן אויף הארבע איסורים. אויב מ'איז נישט באקאנט און געווארנט אין די הלכות וואס זענען נוגע צום ארבעטס-פלאץ, איז אוממעגליך צו זיין גענצליך אפגעהיטן און זיך פירן כהלכה.
די קריסטאל-קלארע הלכות, וואס ווערן גרינטליך באארבעט און אויסגעקלארט מיט פירנדע גדולי ההוראה, באגלייט מיט אקטועלע ביישפילן פון דער היינטיגער ארבעטס-וועלט, וואס ווערן צוגעשיקט גענצליך בחינם אין די "דעהו"-אימעילס לזכות הרבים, דינען ווי א קוואל פון ידיעות אין הלכה, חיזוק און אינספיראציע פאר טויזנטער מענער און פרויען פון אלע שיכטן אין קרייזן איבער דער גארער וועלט, וועלכע זענען זיך מחזק אין די הלכות און שטארקן זיך איבער נסיונות אויפ'ן געביט פון התרחקות צווישן מענער און פרויען, אין וועלכע די מערסטע ארבעטער שטויסן זיך אן ביי די ארבעטס-פלעצער.
כדי צו פארזיכערן אן ארבעט אויף א הויכן סטאנדארט און קוואליטעט - ווי עס איז קענטיג אין די אייגנארטיגע אימעילס, וועלכע זענען א יחיד במינו אין זייער תוכן, קלארקייט און פראקטישקייט - ווערט נישט געשפארט קיין געלט פאר א שטאב פון פראפעסיאנעלע שרייבער און מגיהים אויפ'ן העכסטן קאליבער. דאס איז חוץ די גאר-קאסטבארע רעקלאמעס וואס ווערן פארשפרייט ביים אלוועלטליכן חרדישן ציבור, כדי צו ברענגען וואס מער אידן צו וויסן און זיך איינשרייבן אין דעם אימעיל-פראגראם און מזכה זיין דערמיט נאך טויזנטער אידן מקיים צו זיין דעם "בכל דרכיך דעהו" במלא מובן המלה.
דאס אלעס קאסט אפ אומגעהויערע סכומים אדירים פאר "דעהו", וואס ווערט אנגעפירט דורך פרייוויליגע עסקנים בלי תשלום גמול, בלויז לטובת ותועלת הרבים.
כדי צו קענען אנגיין און זיך פארברייטערן, דארף "דעהו" אנקומען צו אייער ברייטהארציגער הילף און שטיצע. דער גאנצער פראיעקט ווענדט זיך אין אייך: לויט וויפיל געלט ס'איז דא, אזויפיל קען מען טון און בעז"ה אויפטון.
מיט אייער נדבה האט איר א חלק און זכות אינעם לימוד התורה, טהרת וקדושת רבבות ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן, און דערמיט טוט איר בויען א "מקוה ישראל", אין וועלכע טויזנטער אידן זענען זיך מקדש ומטהר. דער זכות הרבים איז אין לשער, און אייער השתתפות וועט געוויס משפיע זיין אויף אייך אלע גוטע און הייליגע השפעות, נחת דקדושה וכל טוב.
בכל דרכיך דעה"ו (=85)
$ 85.00
Sponsor a Day - פרנס היום
$ 125.00
Sponsor two Days - פרנס שני ימים
$ 200.00
Sponsor a Week - פרנס השבוע
$ 500.00
Sponsor a Month - פרנס החודש
$ 1,800.00
Sponsor a Topic - זכות נושא בהלכה
$ 2,600.00
Sponsor a Gilyon - זכות הוצאת גליון
$ 3,600.00
Sponsor a Year - פרנס השנה
$ 18,000.00